מוטי אילוביץ
-
-
שיר מדהים! משהו קדוש כזה והקליפ נותן לזה אווירה גאליציאנית טהורה כזאת
-
*והמילים באידיש למי שרוצה:
ביים שוועל פון קינדער-יארן יעצט דו שטייסט
מקבל זיין דעם עול המצוות גייסט.
מיט גליקליכקייט דו שרייסט
איך ווייס נישט אויב דו ווייסט
די תוכן דערפון, דעם אינהאלט.א טרערל פון די אויגן מיינע רינט
וואו אהין יאגסטו זיך, מיין קינד.
דיר פרעגן איך מוז
ווי נעמסטו רשות
מיך, דיין טאטן, מאכן אזוי אלט.קוים ביסטו געקומען אויף די וועלט
און יעצט שוין גרויסע טריטן ווערט געשטעלט.
דיך אויפגעציעט
יארן פליעט
יעצט שוין מצוות מ'היט
דו ווערסט א חלק פונעם פאלק, איד.די נאכט פון די בר מצוה דארף א פלאן
וואס צו קויפן און וואו די סעודה זאל זיין.
אבער איך טראכט
אז דעי נאכט
וועל איך גארנישט טון
כאטש יעדע טאטע טוט עס פאר זיין זוהן.איך קויף דיר נישט קיין רעקל
איך בּאשטעל אויך נישט קיין זאל.
איך לערן מיט דיר נישט די פשט'ל
די סיבה דערצו איז ווייל.
דו בּיסט מיין טאכטער
א אידיש טאכטער
גרעסער פון דעם דו ביסט ביז גאר.דו דרייסט נישט קיין רצועות
אויף דיין קאפ און אויף דיין האנט
דיינע מידות און דיין צניעות
איז דיין שענסטע קרוין וואס שיינט.
דו האסט א כח
הייליג און הויעך
וועגן דעם באקומסטו דאס ביפאר
דעם עול המצוות ביי די 12 יאר!איך האף, מיין קינד, אז דו דערהערסט עס קלאר
ביסט הייליג און ריין
ציכטיג און שיין
נעכטן, מארגן, פונקט ווי היינט.ס'איז נישט די הוט וואס אויפן קאפ מען טראגט
עס איז די קאפ אליין וואס אלעס זאגט.
בלייב ווער דו ביסט
ווייל וואס נאר דו טוסט
איז הארץ מיט נשמה וואס שיינט.מיין קינד דו ביסט סאך חשובער ווי מיר
איך בין אריין לעול התורה שפעטער ווי דיר.
און איך שפיר
ווי איך שטאלציר
מיט ווער מיין טאכטער איז
איר פנימיות, איר נפש, איר מהות.איך קויף דיר נישט קיין רעקל
איך בּאשטעל אויך נישט קיין זאל.
איך לערן מיט דיר נישט די פשט'ל
די סיבה דערצו איז ווייל.
דו בּיסט מיין טאכטער
דעם באשעפערס טאכטער
גרעסער פון דעם דו ביסט ביז גאר.דו דרייסט נישט קיין רצועות
אויף דיין קאפ און אויף דיין האנט
דו ביסט א שטיק חיות
דו דארפסט נישט ווערן דערמאנט
ווי גרויס ס' איז דיין כח
הייליג און הויעך
וועגן דעם באקומסטו דאס ביפאר
דעם עול המצוות ביי די 12 יאר! -
פוסט זה נמחק!
-
פוסט זה נמחק!
-
פוסט זה נמחק!
-
פוסט זה נמחק!
-
פוסט זה נמחק!
-
פוסט זה נמחק!
-
פוסט זה נמחק!
-
פוסט זה נמחק!
-
פוסט זה נמחק!
-
אני גם מאוד אהבתי! מה שכן לדעתי צריך לשמוע את השיר כמה פעמים כדי להבין את היופי והעומק שלו