מילים לשיר ''אליין''
-
האם יש למישהו את המילים של השיר ''אליין'' מתוך ''אונטערן קריג'' בביצוע של לייבי ווידער?
-
דחוף מאוד.
-
אליין אין וואלד,
פארציטערט און קאלט,
שוין טעג גארנישט געגעסן,
אזוי ווייט אוועק,
פיל מיט שרעק,
פון גוטע צייטן פארגעסן.
אזוי פארקלעמט,
דא אין דער פרעמד,
אליין אן קיינעם,
וואו איז מיין שיין,
וואו איז פארהאן,
עפעס א הילף כאטש איינעם.
טאטע איך שריי,
ס'טוט מיך וויי,
אזוי צובראכן בין איך,
וואו ביסטו,
איך ווייס נישט ווי,
א טרייסט פון וואו געפין איך.
מיין אמונה,
אין די שכינה,
איך וויל נישט פארלירן,
אפילו איך שפיר,
ווייט פון דיר,
ווייס איך דו טוסט עס פירן.
אבער - באשעפער איך קען שוין נישט מער דא,
ס'איז מיר אזוי ביטער שווער דא,
פארוואס - האסטו מיך געברענגט אהער דא,
סתם איך זאל לאזן א טרער דא.
העלף מיר גלייבן אז דו ביסט מיט מיר,
איך וויל דיר טרעפן אין א יעדע ריר,
איך ווייס דו טוסט מיט מיר אלץ מיטגיין,
אבער נאכאלץ איך פיל אזוי אליין.
אוי, באשעפער דו פירסט דאך די גאנצע וועלט,
איך ווייס ביסט דא ס'איז מיר נאר פארשטעלט,
איך גלייב ס'איז גוט אלעס וואס טוט געשען,
אבער טאטע איך וויל עס אויכעט זען.
כאטש מיין פלאג,
דאך איך פארמאג,
אויף דיר נישט קיין טענות,
אוי טאטע קרוין,
דו ווייסט דאך שוין,
פונקטליך וואס דער פלאן-איז.
דער היה הווה,
מיינט מיין טובה,
איך פרעג נישט קיין שאלות,
איך ווייס אליין,
איך דארף נישט פארשטיין,
פארוואס דו טוסט אלעס.
אבער - איך קען שוין נישט מער דא אויסהאלטן,
אליין אין דעם מצב דעם קאלטן,
פארוואס - האסטו זיך פון מיר באהאלטן,
מיין הארץ איז צובראכן אין שפאלטן.
העלף מיר גלייבן אז דו ביסט מיט מיר,
איך וויל דיר טרעפן אין א יעדע ריר,
איך גלייב ס'איז גוט אלעס וואס טוט געשען,
אבער טאטע איך וויל עס אויכעט זען.
איך וויין און וויין און וויין ,מיט הייסע טרערעלעך,
אנצוגיין איז אזוי שווערעליך,
צוריק אהיים איך וויל אזוי שטארק גיין,
איך קען נישט מער דא זיין אליין.
אליין, אליין, אליין, איך ווייס אז דו אליין,
דו קוקסט, דו זעסט, דו הערסט צו מיין געוויין,
איך גלייב ס'איז גוט אלעס וואס טוט געשען,
אבער טאטע איך וויל עס אויכעט זען. -
תודה רבה!
יש לך את זה אולי בניב חסידי? (במקום פון - פין, במקום דו - די וכיו''ב) לא דחוף. -
-