מוטי אילוביץ
-
@בלינק
איך האב אמאל געמיינט אז…
ווער ס’איז רייך איז קלוג
און פארלוירן מיינט בלאנדזשענען אין וואלד,
ווער ס’האט דאס לעצטע ווארט, דער האט געזיגט
און ווער ס’האט ווייסע האר איז אלט.איך האב אמאל געמיינט אז…
נאר אמאל צדיקים איז געווען
און ווער ס'שרייט די העכסטע הערט מען אויס,
אלטוועלטליכע מגיפות קען שוין נישט היינט געשען
און אז א ווארימע היים מיינט א געהייצטע הויז.ווי מער איך עלטער מיך, פארשטיי איך אנדערש און מער…
אז אפילו אָן וואג קענען זאכן זיין זייער שווער.
נישט דוקא מיט שוועבעלעך מיינט זיך שפילן מיט פייער
און אפילו אָן געלט קען מען באצאלן טייער.—- • —-
איך האב אמאל געמיינט אז…
דער וואס שמייכעלט, לאכט
און זיין ביי זיך שטארק מיינט בּויען א שטארקען גוף,
און חלומ'ן א חלום קען מען נאר אין א בּעט, בּיינאכט
און דערטראנקן ווערט מען נאר אין א ים, מיט א שיף.איך האב אמאל געמיינט אז…
מיינע עלטערן זענען צו שטרענג
און מיינע חברים זיי זענען עכטע פריינט,
אן ערליכע איד ווענדט זיך ווי גרויס ס'איז די געדרענג
און אז איך קען טון מארגן דאס וואס איך טוה נישט היינט.ווי מער איך עלטער מיך, פארשטיי איך אנדערש און מער…
אז וויינען קען מען אויך אָן א טרער.
שרייען קען מען אויך אינדערשטיל
און אז מיט איין ווארט איז אסאך מאל געזאגט שוין צופיל.איך האב אמאל געמיינט אז…
ווער ס'האט שכל, טראכט
און פארבארגטע געלט צוריק נאך זען וועל איך,
אז ס'איז לעכטיג נאר בייטאג, און ס'איז טונקל נאר ביינאכט
און אז יענע מעשה ליינט מען אין א בּוך.ווי מער איך עלטער מיך, פארשטיי איך אנדערש און מער…
זוכן הילף איז נישט קיין שוואכקייט, נאר פונקט פארקערט,
זאט איז דער וואס טיילט, נישט דער וואס פארמאגט
און אז א יאר לויפט שנעלער ווי א טאג.—- • —-
אוי, איך האב אמאל געמיינט אז…
משיח וועט שוין זיין דא לאנג
אויב נישט וועלן אידן פראבירן כאטש צו לעבן אין פרידן,
ס'וועט זיין סאך מער מעדעצינען, וועלן מענטשן זיין ווייניגער קראנק
און די וועלט וועט שוין איינזען ס'איז נאריש פיינט צו האבן אידן.איך האב אמאל געמיינט אז…
איך האב אמאל געמיינט
און יעצט מיין איך, אז איך מיין נאכאלץ.
אבער איך מיין אז וואס איך מיין היינט,
קומט נישט צו צו וואס איך גיי נאך מיינען
און וואס איך מיין היינט, גיי איך אמאל נאך באוויינען.
איך האב געמיינט.. איך האב אמאל געמיינט… -
-
לקראת דואט ראינו מפגש מוזיקלי מעניין בין הזמרים מוטי שטיינמץ, מוטי אילוביץ' ומנדי הרשקוביץ.
-
@יואל-מעצב-תמונות דואט? או שהוא כותב לו מילים לשיר? א"א לדעת מוטי אילאוויטש כותב גם שירים להרבה זמרים
-
@יואל-מעצב-תמונות השיר 'בריווולע'
זה לא דואט עם מוטי אילוביץ??? -
@יואל-מעצב-תמונות אמר במוטי אילוביץ:
אלבומו החדש של מוטי שיצא בקיץ הבעל"ט בעז"ה
אמרו בסביבות חנוכה...
-
@חובב-המוזיקה-2 אמר במוטי אילוביץ:
@יואל-מעצב-תמונות השיר 'בריווולע'
זה לא דואט עם מוטי אילוביץ???זה כן.
מוטי שטיינמץ, כל אדם שמביא לו לחן, אז הוא נותן לו קטע לשיר איתו ביחד, (כך שמעתי)
כמו מאטי אילאוויטש, וכמו יענקי דסקל בשיר ויהי נועם..... -
מוטי אילוביטש, מנדי הרשקוביץ, מקהלת שירה | just one shabbos