מוטי אילוביץ
-
@שלומי-זיבלד שיר של ליפא שמעלצר, במקור של מרדכי בן דוד באנגלית.
-
למישהו יש את הסרטון של מוטי אילוביץ' ויוסי גרין בהופעה של שמחה און נחת, מלחינים שיר למילים של "על הצדיקים"?
הפזמון היה "איך וויל זיין א צדיק, איך וויל זיין א חסיד, אוי ושים חלקינו עמהם".
(בחוברת של הדיסק אידיש נחת 4, יוסי גרין כותב את הלחן הזה ברשימה של הלחנים שלו על מילים מתפילת שמונה עשרה, אבל השיר עדיין לא יצא כסינגל רשמי.)
תודה! -
https://prod-progsite-s3.s3.eu-central-1.wasabisys.com/data/audio/1305/1305606-92c4f6d635c10df68e14fba93ee597ca.mp3
חמישה עשר בשבט מאטי אילוביץ קרדיט @יונמיוזיק -
אחרי אינספור לחנים על 'אילן במה אברכך', הזמר והגראמער מוטי אילאוויטש מגיש סינגל חדש פרי יצירתו לכבוד חג הט"ו בשבט שבו הוא על שר כל שבעת המינים וגם על פרי חדש שנהוג לברך עליו 'שהחיינו'
מילים:
מיר אַלע 'ווייצן' (ווייסן)
די הערצער אָנהייצן
א פראָסט נעמט ארוּם אַלע היימער.פאַר שׁומרֵי תּוֹרה
אַן אַלטע מ'שְׂעֹורָה' (מסורה)
עס איז רֹאשׁ הַשָּׁנָה פאַר די בּיימער.אינדרויסן א שניי-איז
בּיטער ווי א 'זית'
שְבַט אינעם 15'טן שטיי'מירמיר צייגן אוּן 'טייטלען'
מיט וואַרימקייט אָנקייטלען
עס איז רֹאשׁ הַשָּׁנָה פאַר די בּיימער."חִטָּה שְׂעֹרָה
גֶפֶן תְּאֵנָה
רִמּוֹן זֵית שֶׁמֶן וּדְבָשׁ. (דברים ח ח)ווייצלעך, גערשטלעך
טרויבּן, פייגן
מילגרוים, איילבּירטן, און טייטלען."מען בּעט דער פוּן אויבן
טוה אונז ניש'ט רויבּן'
פוּן די נְחָמה וואָס מיר גליי'מיר.מיר גרויסע אוּן קליינע
קוּמען מיט א 'תּאֵנה' (טענה)
ווען איז רֹאשׁ הַשָּׁנָה פאַר די בּיימער?מָשיח זאל קוּמען
זעהן שוין דעם סימן
נעמען פוּנעם בּוים אַלעס גיי'מיר.זיך קענען 'רִמּוֹן' (רימען)
מיט אוּנז, דיינע בּלומען
ווען ס'וועט זיין רֹאשׁ הַשָּׁנָה פאַר די בּיימער?"חִטָּה שְׂעֹרָה
גֶפֶן תְּאֵנָה
רִמּוֹן זֵית שֶׁמֶן וּדְבָשׁ. (דברים ח ח)ווייצלעך, גערשטלעך
טרויבּן, פייגן
מילגרוים, איילבּירטן, און טייטלען."אִילָן בַּמֶה אֲבָרֶכְךָ
שֶׁכָּל נְטִיעוֹת שֶׁנוֹטְעִין מִמְךָ
יִהְיוּ יִהְיוּ יִהְיוּ כְּמוֹתְךָ
אֶרֶץ חִטָּה וּשְׂעֹרָהמיר בּעטן דיר בּורא
א תּפילה א ריינע
נעם דיינע פּירות אין בּית המקדש.די חִטָּה שְׂעֹרָה
גֶפֶן תְאֵנָה
רִמּוֹן זֵית שֶׁמֶן וּדְבָשׁ.
-
@בלינק
איך האב אמאל געמיינט אז…
ווער ס’איז רייך איז קלוג
און פארלוירן מיינט בלאנדזשענען אין וואלד,
ווער ס’האט דאס לעצטע ווארט, דער האט געזיגט
און ווער ס’האט ווייסע האר איז אלט.איך האב אמאל געמיינט אז…
נאר אמאל צדיקים איז געווען
און ווער ס'שרייט די העכסטע הערט מען אויס,
אלטוועלטליכע מגיפות קען שוין נישט היינט געשען
און אז א ווארימע היים מיינט א געהייצטע הויז.ווי מער איך עלטער מיך, פארשטיי איך אנדערש און מער…
אז אפילו אָן וואג קענען זאכן זיין זייער שווער.
נישט דוקא מיט שוועבעלעך מיינט זיך שפילן מיט פייער
און אפילו אָן געלט קען מען באצאלן טייער.—- • —-
איך האב אמאל געמיינט אז…
דער וואס שמייכעלט, לאכט
און זיין ביי זיך שטארק מיינט בּויען א שטארקען גוף,
און חלומ'ן א חלום קען מען נאר אין א בּעט, בּיינאכט
און דערטראנקן ווערט מען נאר אין א ים, מיט א שיף.איך האב אמאל געמיינט אז…
מיינע עלטערן זענען צו שטרענג
און מיינע חברים זיי זענען עכטע פריינט,
אן ערליכע איד ווענדט זיך ווי גרויס ס'איז די געדרענג
און אז איך קען טון מארגן דאס וואס איך טוה נישט היינט.ווי מער איך עלטער מיך, פארשטיי איך אנדערש און מער…
אז וויינען קען מען אויך אָן א טרער.
שרייען קען מען אויך אינדערשטיל
און אז מיט איין ווארט איז אסאך מאל געזאגט שוין צופיל.איך האב אמאל געמיינט אז…
ווער ס'האט שכל, טראכט
און פארבארגטע געלט צוריק נאך זען וועל איך,
אז ס'איז לעכטיג נאר בייטאג, און ס'איז טונקל נאר ביינאכט
און אז יענע מעשה ליינט מען אין א בּוך.ווי מער איך עלטער מיך, פארשטיי איך אנדערש און מער…
זוכן הילף איז נישט קיין שוואכקייט, נאר פונקט פארקערט,
זאט איז דער וואס טיילט, נישט דער וואס פארמאגט
און אז א יאר לויפט שנעלער ווי א טאג.—- • —-
אוי, איך האב אמאל געמיינט אז…
משיח וועט שוין זיין דא לאנג
אויב נישט וועלן אידן פראבירן כאטש צו לעבן אין פרידן,
ס'וועט זיין סאך מער מעדעצינען, וועלן מענטשן זיין ווייניגער קראנק
און די וועלט וועט שוין איינזען ס'איז נאריש פיינט צו האבן אידן.איך האב אמאל געמיינט אז…
איך האב אמאל געמיינט
און יעצט מיין איך, אז איך מיין נאכאלץ.
אבער איך מיין אז וואס איך מיין היינט,
קומט נישט צו צו וואס איך גיי נאך מיינען
און וואס איך מיין היינט, גיי איך אמאל נאך באוויינען.
איך האב געמיינט.. איך האב אמאל געמיינט…